Navigation

    פורום משתמשים במערכות קישורון

    • Register
    • Login
    • Search
    • Categories
    • Recent
    • Tags
    • Popular
    • Users
    • Groups
    ESEQ Technology Corp - Website

    9 רעכענען

    מסודרדיגע הסברים פון amk אויף יידיש
    1
    1
    17
    Loading More Posts
    • Oldest to Newest
    • Newest to Oldest
    • Most Votes
    Reply
    • Reply as topic
    Log in to reply
    This topic has been deleted. Only users with topic management privileges can see it.
    • A
      amk last edited by amk

      ווי געשריבן קען פה"פ רעכענען.

      עס זענען דא 5 סימבאלן וואס מ'קען נוצן פאר רעכענען

      • "+", צולייגן

      • "-", אראפנעמען

      • "/", צוטיילן

      • "*", מאל

      • "%", די צאל נישט גאנצע נומערן וואס קומען צוריק פון "/"

      <?php
      //לייג צו 6 צו 4
      //אויסקום 10
      echo 4+6;
      echo '<br/>';
      //נעם אראפ 4 פון 10
      //אויסקום 6
      echo 10-4;
      echo '<br/>';
      //צוטייל 10 ביי 5
      //אויסקום: 2
      echo 10/5;
      echo '<br/>';
      //פיר מאל פינעף
      // אויסקום: 20
      echo 4*5;
      echo '<br/>';
      //וויפיל נומערן ווערן פארוואנדלט אין נישט גאנצע נומערן ווען מ'צוטיילט 5 אין צוויי (5/2)
      //אויסקום: 1
      echo 5%2;
      ?>
      

      כ'מיין אז אלע אויסער די לעצטע זענען גאנץ פארשטענדליך, די % מיינט אזוי:

      אסאך נומערן ווען מ'צוטיילט זיי אויף א געוויסע וועג וועלן געוויסע נומערן בלייבן גאנץ און געוויסע וועלן ווערן צוטיילט למשל אין אונזער פאל ווען מ'צוטיילט 5 אין 2, פארן צוטיילן איז דא 5 גאנצע נומערן, ווען מ'וויל עס צוטיילן אין 2 וועט מען לייגן די 1 אויף איין זייט די 2 אויף די צווייטע זייט, די 3 צוריק אויף די ערשטע זייט און די 4 צוריק אויף די צווייטע זייט, די נומער מיט וואס מיר בלייבן איבער איז די 5 און דאס וועט ווערן צוטיילט אין האלב, קומט אויס אז די נומער וואס מ'האט געדארפט צוטיילן איז געווען בסך הכל 1 נומער.

      אויב מ'וועט מאכן 5 צוטיילט אין 3 דאן וועט ארויסקומען 2, ווייל די ערשטע דריי נומערן זענען אלע געגאנגען צו זייער פלאץ גאנצערהייט, די לעצטע צוויי זענען געווארן צוטיילט פער צוויי דריטלעך, צוויי דריטלעך, ודו"ק והבן.

      (די וועג ווי אזוי מ'מאכט א נייע ליין אויף א בראויזער איז <br/>)

      1 Reply Last reply Reply Quote 0
      • First post
        Last post